וואשינגטאן – דער סקאנדאל ארום טראמפ דזשוניאר'ס זיצונג מיט א רוסישן לאיער פאראיאר יוני, האט נעכטן צובאקומען א פרישן שיכט, ווען מ'האט געהערט אז פרעזידענט טראמפ איז געווען פערזענליך פארמישט אין פרובירן צו פארדעקן און ליגנט זאגן איבער דער זיצונג. די אויפדעקונג עטליכע וואכן צוריק איבער'ן זיצונג צווישן טראמפ דזשוניאר און די רוסישע לאיערקע וועסעלניטסקאיא האט געברענגט א שטורעם, אבער אין אנהייב האט דזשוניאר פרובירט צו פארלייקענען אז די זיצונג האט בכלל עפעס געהאט צו טאן מיט נעגאטיווע אינפארמאציע קעגן פרוי קלינטאן, און דזשוניאר האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געזאגט אז די זיצונג איז געווען בלויז צו רעדן איבער דער אישו פון רוסישע "אדאפּשענס". למעשה איז דזשוניאר שפעטער געווען געצוואונגען צו פובליצירן די אימעילס איבער דער זיצונג, אין וועלכע מ'האט געזען אז דער ציל און מאטיוו פון דער זיצונג איז געווען צו רעדן איבער רוסלאנד'ס הילף פאר זיין פאטער'ס קאמפיין, וואס דערמיט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דזשוניאר'ס ערשטע סטעיטמענט איבער דער זיצונג איז געווען ליגנט. דער פרישער שיכט וואס איז נעכטן צוגעקומען, איז דאס אז דער "וואשינגטאן פאוסט" האט באריכטעט אז טראמפ האט פערזענליך געהאלפן שרייבן דעם פאלשן און ליגנט-אנגעפילטן סטעיטמענט פון זיין זוהן דזשוניאר. אבער דאס ווייסע הויז האט נעכטן געלייקנט די גאנצע זאך.

הוסף רשומת תגובה