וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז א געריכטליכע אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן איבער'ן דערמארדעטן געוועזענעם שטאב מיטגליד אין דער דעמאקראטישער פארטיי, סעט ריטש, און אין דער אנקלאגע ווערט ארויסגעברענגט אז פרעזידענט טראמפ פערזענליך איז געווען פארמישט אין א קאנספיראציע אויסצונוצן ריטש'ס מארד פאר פאליטישע צוועקן. ריטש איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין וואשינגטאן די-סי פאראיאר זומער, און היי יאר מאי 16 האט די קאנסערוואטיווע "פאקס ניוז" פובליצירט א באריכט אין וועלכע זיי האבן באשולדיגט אז ריטש איז דערמארדעט געווארן אויף דער פארארדענונג פונעם קלינטאן קאמפיין און די דעמאקראטישע פארטיי, אלס נקמה איבער דעם וואס ער האט ארויסגעליעקט דעמאקראטישע פארטיי אימעילס צום פובליק. דער באריכט האט נאכגעברענגט קאמענטארן פון ראד וויהלער, א פריוואטער אויספארשער וועמען די ריטש פאמיליע האט גענומען אויסצופארשן דער מארד, און יעצט קלאגט וויהלער אז "פאקס ניוז" האט נאכגעברענגט פאלשע קאמענטארן פון אים. וויהלער שרייבט אין דער אנקלאגע אז פאקס ניוז האט געארבעט מיט פרעזידענט טראמפ צו פארשפרייטן די פאלשע קאנספיראציע, מיט'ן ציל אפצושוואכן די באשולדיגונג אז רוסישע אגענטן זענען געווען די וועלכע האבן געליעקט די דעמאקראטישע אימעילס צום פובליק.

בילד: טראמפ און די סעט ריטש קאנספיראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל