בוענאס איירעס – דער ארגענטינער אויסערן מיניסטעריום האט די וואך געשיקט צום אמעריקאנער האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די-סי הויפנס פון טויזנטער דאקומענטן אין פארבינדונג מיט דער צווייטער וועלט קריג, וואס מ'גלייבט אז פילע פון די דאקומענטן אנטהאלטן מעגליכע געהיימעניסן וואס מען האט ביז'ן היינטיגן טאג נישט געוואוסט, איבער הויכראנגיקע נאצישע פיגורן וועלכע זענען אנטרינען געווארן פון דער מאפע ווי נאר די צווייטע וועלט קריג איז געקומען צו אן ענדע. די דאקומענטן באשטייען פון בריוון, טעלעגראמען, אויסשניטן פון צייטונגען, פריוואטע נאטיץ-ביכער און באריכטן, וואס אלעס אינאיינעם באטרעפט עס צו ארום פערציג טויזנט דאקומענטן. זיי זענען געזאמלט און פראדוצירט געווארן דורך דעם ארגענטינער אויסערן מיניסטעריום אין לויף פון די יארן פון 939' און 950'.

בילד: ארגענטינע שיקט האלאקאוסט דאקומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל