פאריז – דער פראנצויזישער פארלאמענט האט באשטעטיגט א ניי געזעץ וואס זאגט קלאר אז פארשוינען וועלכע האבן אין דער פארגאנגענהייט אפענערהייט ארויסגערעדט אנטיסעמיטישע אדער ראסיסטישע ווערטער, וועלן נישט ערלויבט ווערן צו לויפן פאר סיי וועלכע נאציאנאלע פאליטישע פאזיציע, אריינגערעכנט פאר'ן פארלאמענט. דאס געזעץ איז באשטעטיגט געווארן אלס טייל פון א סעריע נייע געזעצן, וואס דער פארלאמענט האט דורכגעפירט מיט'ן ציל איינצוצוימען די צאל אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע אינצידענטן פון וועלכע פראנקרייך ווערט געפלאגט אין די לעצטערע יארן. דאס געזעץ איז פאראויסגעשטופט געווארן דורך דער "אינטערנאציאנאלער ליגע קעגן אנטיסעמיטיזם און ראסיזם", וועלכער האט אנגעצייגט אויף די נארוואס פארלאפענע נאציאנאלע וואלן אין פראנקרייך, וואו פילע נידריגערע קאנדידאטן זענען געווען אפענע אנטיסעמיטן, און אפילו געהאט אויף זייער רעקארד סטעיטמענטס פון האלאקאוסט פארלייקענונג.

בילד: אנטיסעמיטן, קיין פראנצויזישע פאליטישאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל