באלטישן ראיאן – עטליכע רוסישע מיליטערישע פליגערס זענען נעכטן געפלויגן געפארפול נאענט צו טעריטאריע העכער'ן לענדל עסטאניע, וואס האט געברענגט א באלדיגע שארפע רעאקציע פון נאטא, וועלכער האט ארויסגעשיקט מיליטערישע פליגערס פון די שפאנישע און פינלענדישע מיליטערן, צו פארטרייבן די רוסישע פליגערס. נאטא זאגט אז דאס איז געווען א קלארער שארפער מעסעדזש פון רוסלאנד אז זי טראכט ערנסט פון אינוואדירן עסטאניע. לויט'ן נאטא סטעיטמענט, זענען 2 רוסישע "מיג-31" פליגערס און איין "אנטאנאוו 26" פליגער געקומען ממש העכער עסטאניע, און נאטא האט ארויסגעשיקט פליגערס פון דער ספעציעלע "באלטיק עיר פאליסינג" מיסיע וועלכע איז געשטעלט פאר אזעלכע אינצידענטן, און נאך אפאר סעקונדעס האבן די רוסישע פליגערס אפגעטראגן פון ארט.



הוסף רשומת תגובה