איסטאנבול – די רעגירונג אין טערקיי האט נעכטן אנגעהויבן די פראצעסן אויף נאענט צו 500 מענטשן וועלכע ווערן באשולדיגט אין שפילן א ראלע אינעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן דעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן מיט א יאר צוריק. אין די וואכן און מאנאטן זינט'ן דורכגעפאלענעם פוטש, זענען שוין פופציג טויזנט ארעסטירט געווארן, און מער ווי 150 טויזנט מענטשן האבן פארלוירן זייערע פובליק דזשאבס – וואס די מערב וועלט האט שטארק אראפגעריסן ערדואן פאר'ן אונטערנעמען אזעלכע דראסטישע שריט און אויסנוצנדיג דעם פוטש פרואוו אויף אונטערצודרוקן מענטשן-רעכטן אין לאנד. צווישן די 500 וועלכע זענען געשטעלט געווארן אויף פראצעס נעכטן, זענען פארהאן צענדליגער גענעראלן און ארמיי פילאטן, און פאר פילע פון זיי ווארט אזעלכע הארבע שטראפן ווי לעבנסלענגליכע טורמע.



הוסף רשומת תגובה