קאראקאס – די ווענעזועלער פאליציי קרעפטן האבן זיך נעכטן אריינגעריסן אין די היימען פון צוויי הויכראנגיקע פירער פון דער אפאזיציע און האבן זיי ארעסטירט. די ארעסטן פון ליאפאלדא לאפעז און ענטאניא לעדעזמא איז געקומען 2 טעג נאכדעם וואס דער ווענעזועלער דיקטאטור, ניקאלעס מאדורע, האט אפגעהאלטן וואלן איבער'ן לאנד, דורך וועלכע ער האט געגרינדעט א נייע לעגיסלאטיוון פליגל וואס וועט האבן די מאכט איבערצושרייבן די ווענעזועלער קאנסטיטוציע אים צו געבן מער מאכט. אין רעאקציע צו די דיקטאטורישע און אומלעגאלע וואלן זונטאג, האט די אמעריקאנער רעגירונג ארויסגעשטעלט א סעריע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן מאדורע פערזענליך, און צום ערשטן מאל זינט מאדורע איז ערוועלט געווארן צו דער פרעזידענטשאפט אין ווענעזועלע, האט אים די אמעריקאנער רעגירונג באצייכנט אלס א דיקטאטור.

בילד: ווענעזועלע ארעסטירט אפאזיציע פיגורן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל