וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ, די רעפובליקאנער אין קאנגרעס און אין סענאט, און דאס גאנצע אמעריקאנער פאלק, קוקט זיך צו מיט האפענונג אז ס'זאל אנקומען ארדענונג אין ווייסן הויז, נאכדעם וואס דאס נייע ווייסע הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, איז איינגעשוואוירן געווארן צום נייעם אמט מאנטאג אינדערפרי, און ער האט באלד געצייגט זיין אויטאריטעט מיט'ן ארויסווארפן ענטאני סקאראמוטשי, דער קאנטראווערסיאלער קאמיוניקאציע דירעקטאר וועמען פרעזידענט טראמפ האט געהאט גענומען פאר דער פאזיציע בלויז 11 טעג פריער.

די איינשווערונג פון קעלי אלס נייער שטאב הויפט, קומט נאך זעקס מאנאטן וואס פרעזידענט טראמפ האט נישט געקענט דורכפירן קיין שום גרויסע עקאנאמישע בילס און אנדערע אויפטוען, צוליב'ן אינערליכן כאאס וואס האט געהערשט אין ווייסן הויז, און פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ס'זענען דא ערנסטע שאנסן אז קעלי, זייענדיג א געוועזענער הויכראנגיקער גענעראל אין אמעריקאנער מיליטער מיט אן אויסגעצייכנטן רעקארד, וועט ברענגען ארדענונג, און אז די אנדערע איינגעשטעלטע אין ווייסן הויז וועלן טאקע זיין אונטערגעווארפן אונטער אים.

בילד: האפענונג פאר ווייסע הויז ארדענונג נאך פרישער אויפשאקלונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל