דער ארויסגעווארפענער הויפט סטראטעגיסט פון ווייסן הויז סטיוו בענען פארזוימט זיך נישט פון אויספירן זיין פארשפרעכונג איבער א ״נוקלעארע קריג״ צו פארריכטן די טראמפ אדמינסטראציע פון אינדרויסן, און זיין נייעס קוואל ״ברייטבארד״ האט שוין נעכטן שטארק אראפגעריסן די רעדע וואס פרעזידענט טראמפ האט געגעבן איבער א נייע סטראטעגיע פאר די לאנג פארצויגענע קריג אין אפגאניסטאן, אינעם קעפל האבן זיי באצייכנט פרעזידענט טראמפ אלס א ״פליפ-פלאפ״ א טיטל וועלכע די רעפובליקאנער האבן גענוצט אין 2004 קעגן דשאן קערי, און דערמיט אראפגעריסן אז פרעזידענט טראמפ דרייט צוריק פון זיין אנטי-קריג צוגאנג.

סטיוו בענאן איז א שטארקע קעגנער פון נוצן אמעריקאנער מיליטערישע אויסגאבן אין אנדערע לענדער און האט שטארק אדוואקאטירט צו ענדיגן די קריג אין אפגאניסטאן מיט אלע קאסטן. די ארטיקל האט פארגליכן פרעזידענט טראמפ צו אבאמא און געזאגט אז ער האט נישט קיין קלארע סטראטעיגע און איז צומישט איבער זיין וויזיע פאר׳ן מיטל מזרח. די ארטיקל זאגט אז די ״נייעס סטראטעגיע״ איז נישט ניי, נאר טוט ווייטער אנהאלטן די דורכגעפאלענע אבאמא פאליסיס מיט מינדערוויכטיגע טוישן.

די ארטיקל לייגט אן די שולד אויף די ארכי-פיינט פון בענאן, דער נאצינאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער מ׳קמעסטער, וועלכער איז שוין באצייכנט געווארן דורך די וועבזייטל אלס ״קריג-ליבהאבער״ און ״איסלאם-סימפאטיקער״ און סטיוו בענאן איז גאר אומצופרידן מיט זיין שטארקע איינפלוס וואס ער האט אויף פרעזידענט טראמפ.

בילד: ברייטבארד רייסט אראפ פרעזידענט טראמפ׳ס נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל