טראץ פילע קריטיק, אפילו פון די אייגענע פארטיי - און א ביטע פונעם לאקאלן מעיאר - טוט פרעזידענט טראמפ ווייטער גיין מיט די געפלאנטע ראלי וואס וועט אפגעהאלטן ווערן היינט אוונט אין פיניקס אריזאנא. פאליטישע אנאליסטן ווארטן צו זעהן ווי ווייט דער פרעזידענט וועט גיין מיט זיין רעטאריק היינט, אויב ער וועט פרובירן צו נעמען א ווייכערע טאן אזוי ווי אין די לעצטע פאר טאג, אדער וועט נוצן די געווענליכע טראמפ רעטאריק.

אזוי אויך איז ווארט מען צו זעהן אויב ער וועט אין די ראלי אטאקירן די צוויי אריזאנע סענאטארן דשאן מ׳קעין און דשעף פלעיק, ביידע רעפובליקאנער מיט וועמען דער פרעזידענט האט אנגעצויגענע באציאונגען, אזא אטאקע וועט אנדייטן אז דער פרעזידענט טוט זיך ווייטער דערווייטערן פון די רעפובליקאנער פארטיי און בויט אויף זיין אייגענע באזע. ווי באריכטעט איז פארהאן א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט וועט ביי די ראלי מעלדן א פארדאן פאר דעם אריזאנע שעריף דשאו ארפייא וואס ווערט באשולדיגט אין אומלעגאל צילן מינאריטעטן אויף אימיגראציע פארלצונג פארדאכטן.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט היינט אפהאלטן פאליטישע ראלי אין אריזאנע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל