ביי די ענדע פון זיין נעכטיגע רעדע האט דער פרעזידענט געזאגט ״פאטריאטיזם און ליבשאפט פאר אמעריקע פאדערט ליבשאפט פאר אלע אמעריקאנער אן אויסנאם״ און דערמיט נאכאמאל פארדאמט ראסיזם און פיינטשאפט. דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט שוין אויסגעלויבט די צענדליגע טויזנטער פראטעסטירער אין באסטאן דעם שבת פאר׳ן פראטעסטירן קעגן ראסיזם און פיינטשפאט. פילע פאליטיקאנטן פון ביידע זייטן האבן אויסגעלויבט דעם פרעזידענט פאר דעם נייעם טאן וואס ער האט גענומען און אויסגעדריקט האפענונג אז דאס זאל בארואיגן די שרעקליכע פאליטישע אנגעצויגנקייט וואס הערשט אין אמעריקע אין די לעצטע וואכן.

בילד: פרעזידענט ווערט אויסגעלויבט פאר פאזיטיווע רייד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל