בילד: דעמאקראטן גרייטן זיך צו רעפובליקאנער קאנדידאטן פון 2020

די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע איז שוין אין פולן ברען צו זיך צוגרייטן צו די פרעזידענטליכע וואלן פון 2020, און האבן אויפגעשטעלט א פארש גרופע צו אויפקומען מיט סטראטעגיעס פאר אלע מעגליכע סצענעס וואס קענען זיך אויסשפילן. לויט באריכטן טוען זיי זיך גרייטן ערנסט פאר די מעגליכקייט, אז פרעזידענט טראמפ וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג, נעמנדיג אין באטראכט אז ער וועט זיין 75 יאר אלט. די פארש גרופעס זענען אצינד ביי די מיינונג, אז וויצע פרעזידענט פענס וועט אנשטאט דעם לויפן פאר די נאמינאציע, און צווישן אנדערע מעגליכע קאנדידאטן, ציילן זיך דער אהייא גאווערנער דזשאן קעיסיק, די פעלקער פאראיין אמבאסאדארין ניקי העילי, און נעבראסקע סענאטאר בען סאסעי. אלע פון זיי אויסער דשאן קעיסיק האבן קאטעגאריש אפגעלייקנט אזעלכע פלענער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל