אלס טייל פון די שטרעגערע סאנקציעס קעגן די רעזשים אין נארט קארעא האט אמעריקע געמאלדן א רייע פון פרישע סאנקציעס צו באשטראפן פירמעס אין רוסלאנד און אין כינע וועלכע האבן פארלעצט די אמעריקאנער סאנקציעס און געהאנדלט מיט נארט קארעא וועלכע האבן בענעפירט איר מיסילס פראגראם, די סאנקציעס רעכענען אריין 10 פירמעס און נאך 6 אינדיווידועלן איז געצילט צו אפשטעלן דאס פארקויף פון וויכטיגע מאטריאל וואס נארט קארעא נויטיגט זיך פאר איר מיסיל פראגראם. די סאנקציעס וועלן איינפרירן די קאנטעס פון די דאזיגע פירמעס און אינדיווידועלן און זיי וועלן נישט קענען דורכפירן פינאנציעלע טראנזאקציעס דורך אמעריקאנער פירמעס אדער בענק, א זאך וואס טוט שטארק פארשווערן צו דורכפירן אינטערנאציאנאלע האנדל וואס ווערט געווענליך געטון אין אמעריקאנער דאלארן. כינעזער און רוסישע באאמטע ברויזן גאר שטארק קעגן די סאנקציעס וואס זענען איינזייטיג ארויפגעלייגט געווארן דורך אמעריקע און רוסישע באאמטע האבן באשולדיגט אז דאס גייט קעגן אינטערנאציאנאלע האנדלס געזעצן וויבאלד פירמעס אין רוסלאנד און אין כינע זענען נישט געבינדען צו אמעריקאנער סאנקציעס און די שטראפן טוט זיי אומ׳יושר׳דיג צילן.

בילד: אמעריקע לייגט ארויס סאנקציעס אויף רוסישע און כינעזער פירמעס צוליב האנדל מיט צפון קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל