ווען די אייזערנע פארהאנג איז געפאלן איז רוסלאנד געבליבן מיט א מאסיווע חוב פון די סאוויעטן, אזויפיל ווי 70 ביליאן דאלער, און זינט דאן האט זי באצאלט די חובות פאר פארשידענע לענדער. נעכטן - 27 יאר נאכ׳ן צוזאמענפאל פון די קאמוניסטישע רעזשים האט רוסלאנד באוויזן צו גענצליך דעקן דעם גאנצן חוב ווען זי האט באצאלט פאר באסניע די סומע פון 125 מיליאן דאלער, און דערמיט באצאלט א חוב וואס די סאוויעטישע פאראיין איז שולדיג געוואן פאר יוגעסלאוויע וועלכע באסניע איז געווען א טייל פון איר. די חוב האט זיך אנגעזאמלט אין די לעצטע 6 יאר פון די קאמוניסטישע רעזשים ווען זי האט מער געעפנט אירע גרעניצן צו אינטערנאציאנאלע האנדל אבער איר עקאנאמיע איז געווען אין א גאר שווערע צושטאנד.

בילדף רוסלאנד האט געענדיג אפצאלן אירע חובות פונעם סאוויעטישן פאראיין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל