דער ווארטזאגער פון די אנטי-אייסיס קאאליציע אין סיריע דייען דילען האט באשטעטיגט פאר די פרעסע אז אין די לעצטע 8 טעג איז די אפעראציע קעגן אייסיס אין ראקא גאר אינטענסיוו, און ווי עס שטעלט זיך ארויס אויך גאר ברוטאל, לויט באריכטן פון מענטשן רעכט ארגאניזאציע זענען אין די לעצטע וואך אומגעקומען פון די אינטענסיווע באמבאדירונגען אמווייניגסטנס 176 ציווילע בירגער. די קאאליציע האט נישט געלייקנט די באריכטן און געזאגט אז טראץ וואס זיי פרובירן צו טון וואס מעגליך צו פארמיידן ציווילע פארלוסטן איז אוממעגליך צו אפערירן אין א געדיכט באוואוינטע שטאט אן שעדיגן אומשולדיגע בירגער, זיי האבן נישט באשטעטיגט די גענויע צאל אומגעקומענע. לעצטנס האט די קאאליציע באשטעטיגט אז אין לויף פון די לעצטע אפעראציעס זענען שוין 624 ציווילע אומגעקומען פון די קאאליציע, אבער מענטשן רעכט ארגאניזציעס און אבזערווירער גרופעס זאגן אז די צאל איז פיל העכער.

בילד: קאמפ קעגן אייסיס אין ראקא: 250 באמבאדירונגען אין איין וואך

מאפע: קאמפ קעגן אייסיס אין ראקא: 250 באמבאדירונגען אין איין וואך

בילד: קאמפ קעגן אייסיס אין ראקא: 250 באמבאדירונגען אין איין וואך


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל