מערילאנד – א פרישער ערנסטער סקאנדאל בושעוועט ארום די פאליציי דעפארטמענט אין באלטימאר, מערילאנד, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז פאליציי אפיצירן שטעלן רוטין אוועק פעקלעך דראגס דירעקט נעבן פארשוינען וועמען זיי ארעסטירן, כדי צו קענען נאכדעם שרייען אז זיי האבן געטראפן ביים ארעסטירטן דאס פעקל דראגס און די קלאגעס קעגן יענעם וועלן זיין פיל הארבער. דער סקאנדאל איז קאנצענטרירט ארום צוויי פעלער פון די לעצטערע מאנאטן, וואס ווידעאס, רעקארדירט מיט פאליציי קערפער-קאמערעס, וועלכע זענען פובליצירט געווארן נעכטן, צייגן קלאר ביי ביידע פעלער וויאזוי פאליציי אפיצירן שטעלן אפ עמיצן פאר א טראפיק פארלעצונג, זוכן ארום אינעם קאר פאר דראגס און טרעפן גארנישט, און דערנאך ווערן די קאמערעס פארלאשן פאר עטליכע סעקונדעס, און ווען ס'צינדט זיך צוריק אן, הערט מען די אפיצירן שרייען "אה! דא!", און זיי שלעפן ארויס א הויפן דראגס פונעם קאר. זיבן באלטימארער פאליציי אפיצירן זענען שוין סוספענדירט געווארן פאר'ן פרישן סקאנדאל און די דראג קלאגעס קעגן די צוויי אפגעשטעלטע מאטאריסטן אין די דערמאנטע פעלער, זענען ארויסגעווארפן געווארן.

בילד: פאליציי שטעלט אונטער דראגס, צו טרעפן שפעטער

בילד: פאליציי שטעלט אונטער דראגס, צו טרעפן שפעטער

בילד: פאליציי שטעלט אונטער דראגס, צו טרעפן שפעטער

בילד: פאליציי שטעלט אונטער דראגס, צו טרעפן שפעטער



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל