ניו יארק – נארוואס פארעפנטליכע סטאטיסטיקס צייגן, אז די צאל ביציקלעך אין ניו יארק סיטי האבן זיך מער ווי געדאפלט איבער די פארגאנגענע צען יאר. לויט די סטאטיסטיקס באנוצן זיך היינט-צו-טאג מער ניו יארקער מיט ביציקלעך ווי סיי ווען בעפאר. ס'זענען היינט פארהאן א דורכשניט פון 450 טויזנט טעגליכע רייזעס וואס ווערן געמאכט אריין אין דער שטאט, ארויף פון די 180 טויזנט רייזעס אין 06'. אין דער זעלבער צייט זענען היינט-צו-טאג פארהאן מער ניו יארקער וואס פארן מיט זייערע ביציקלעך צו דער ארבעט - 45 טויזנט ביציקליסטן האבן גענומען 90 טויזנט רייזעס צו דער ארבעט אין 15' - קנאפע דריי מאל מער פון די צאל רייזעס אין 06'.

בילד: פיל מער ביציקלעך אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל