מינעסאטע – איינער איז שוין געפונען געווארן נישט לעבעדיג און דערווייל זוכט מען א צווייטן, נאכדעם וואס עס האט פאסירט אן אויפרייס פון נאטורליכע גאז ביי א שולע געביידע אין מינעאפאליס, מינעסאטע. דער אויפרייס האט פאסירט בשעת ארבעטער האבן געארבעט אויף א פראיעקט אינדרויסן פון דער שולע געביידע, און לויט די אויספארשונגען, פארלייפיג, האבן די ארבעטער אריינגעהאקט אין א רער וועלכע האט געפירט נאטורליכע גאז, און די גאז האט ארויסגעשפריצט און געברענגט דעם אויפרייס. זיבן ערוואקסענע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, אריינגערעכנט דריי מיט ערנסטע קריטישע וואונדן, פון דעם וואס די וואנט און טייל פונעם דאך פון דער געביידע איז איינגעפאלן צוליב'ן קראפט פונעם אויפרייס. דער איין אומגעקומענער און דער פארלוירענער, וועמען מען באטראכט אויך אלס ווארשיינליך טויט, האבן ביידע געארבעט אלס שטאב מיטגלידער אין דער שולע.

זעה בילדער און ווידיא

בילד: 1 אומגעקומענער פון שולע אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל