וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ און א גרופע רעפובליקאנער סענאטארן האבן נעכטן ארויסגעשטעלט א ביל וועלכע צילט איינצוצוימען לעגאלע אימיגראציע קיין אמעריקע. טראמפ האט אין קאמענטארן אין ווייסן הויז געזאגט אז זיין קאמף קעגן אומלעגאלע אימיגראציע איז דערווייל א גרויסער סוקסעס, וויבאלד די ציפערן פון וויפיל מענטשן כאפן זיך אריין קיין אמעריקע אומלעגאל זענען דראסטיש געפאלן אין די לעצטע פאר מאנאטן, און אצינד איז צייט זיך צו נעמען צו לעגאלע אימיגראציע. דער ביל, וועלכע ווערט גערופן דאס "רעיז" געזעץ, וועט צוימען וועלכע סארט קרובים און פאמיליע מיטגלידער לעגאלע אימיגראנטן קענען אריינברענגען מיט זיך קיין אמעריקע ביים אריינקומען, און דער ביל וועט אוועקשטעלן א נייעם סיסטעם וואס וועט געבן שנעלער "גרין קארדס" און בירגערשאפט פאר אזעלכע וואס פארמאגן געוויסע פעאיגקייטן און קענען ענגליש, וויבאלד זיי וועלן קענען צוגעבן צו דער אמעריקאנער עקאנאמיע און געזעלשאפט. דערווייל איז נישט קלאר צי עס איז דא גענוג שטיצע אין סענאט און קאנגרעס אז דער ביל זאל קענען באשטעטיגט ווערן.

בילד: פלאן איינצוצוימען לעגאלע אימיגראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל