וואשינגטאן – א געהיימע רעקארדירונג איז ארויסגערונען צו דער מידיא די וואך דינסטאג, אין וועלכע מ'הערט וויאזוי פרעזידענט טראמפ'ס איידעם, דזשעראד קושנער, וועמען טראמפ האט געשטעלט אנצופירן די געשפרעכן צו דערגרייכן א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, דרוקט זיך אויס אז עס איז מעגליך טאקע נישטא קיין שום וועג צו עררייכן א שלום. "האבן מיר דען עפעס אהערצושטעלן וואס איז אנדערש ווי אלע פארשלאגן ביז יעצט? איך בין נישט אזוי זיכער", הערט מען קושנער'ן זאגן. צווישן די אנדערע זאכן וואס מען הערט אין דער אינטערעסאנטער רעקארדירונג, איז דאס וואס קושנער זאגט אז די אלע באשולדיגונגען אז זיין שווער'ס קאמפיין האט קאאפערירט מיט די רוסן אין א פלאן צו באאיינפלוסן די וואלן, זענען לעכערליך, ווייל דער קאמפיין איז געווען צו צעפארן און כאאטיש, און בכלל נישט מסודר, אויף צו קענען דורכפירן אזא ראפינירטע שריט ווי ארבעטן שטילערהייט מיט אן אויסלענדישער פיינטליכער רעגירונג.

בילד: קושנער'ס לאגיק איבער'ן רוסלאנד סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל