וואשינגטאן – א הויכראנגיקער מיטגליד פונעם ווייסן הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, א איד ביים נאמען עזרא קאהן-וואטניק, איז נעכטן ארויסגעווארפן געווארן פון זיין הויכן אמט אינעם קאונסיל. קאהן-וואטניק איז באטראכט געווארן אלס שטארק עקסטרעמער אויף פארשידענע אישוס, הויפטזעכטליך זיין קעגנערשאפט צום איראן דיעל, און דער פירער פונעם קאונסיל, עיטש אר מעקמעסטער, וועלכער האט איבערגענומען מייקל פלין, האט פון דער ערשטער מינוט געוואלט פטור ווערן פון קאהן-וואטניק, האלטנדיג אז ער איז נישט קוואליפיצירט פאר דער פאזיציע. טראמפ האט אבער געגליכן קאהן-וואטניק און האט אפגעווארפן מעקמעקסטער'ס פארלאנג ארויסצואווארפן קאהן-וואטניק פונעם קאונסיל. אצינד האט זיך אלעס געטוישט און מעקמעסטער האט באקומען זיין וואונטש, און קאהן-וואטניק איז געפלויגן פונעם קאונסיל. שפעקולאציעס זענען אז נייער ווייסער הויז שטאב הויפט קעלי האט געשפילט א ראלע אין ערפולן מעקמעסטער'ס וואונטש און פטור ווערן פון קאהן-וואטניק.

בילד: מעקמעסטער ווארפט ארויס קאהן-וואטניק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל