דייטשלאנד – א היסטאריקער אין בערלין האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע פארשטעלונג וואס שטעלט אהער א פונקטליכע רעפליקע פונעם בונקער וואו היטלער ימ"ש האט זיך אויסבאהאלטן אין די לעצטע טעג פון דער קריג און איז דארטן באגאנגען זעלבסטמארד, ברענגענדיג אן ענדע צו זיין שמוציגן און בארבארישן לעבן. די רעפליקע איז אויפגעבויעט אין א געוועזענעם ציווילן לופט באמבארדירונג בונקער אין בערלין און עס פארמאגט פילע האלאקאוסט אנדענקענישן און פארשידענע אינטערעסאנטע היסטארישע אנאליזן אויף אויסשטעלן, צו פרובירן פארענטפערן די פראגע, וויאזוי דאס דייטשע פאלק איז פארוואנדלט געווארן אין אזוינע מערדער אונטער'ן היטלעריסטישן רעזשים. דער בונקער געפינט זיך נאענט צום אריגינעלן היטלער בונקער, וועלכע איז פארשפארט און נישט אפן פאר'ן פובליקום. דער מאן אונטער דער אויסלאגע, ווילענד גייבעל, זאגט אז ער איז באשולדיגט געווארן אין מאכן א "היטלער דיזני", נעמליך א פארוויילונג פארק וואו מ'קומט זיך אונטערהאלטן מיט דער פינסטערער היסטאריע. אבער ער האלט אז די אויסלאגע איז געמאכט כדי צו פארשטיין וויאזוי די האלאקאוסט פארברעכנס זענען פארגעקומען.

בילד: רעפּליקע פון היטלער ימ"ש'ס בונקער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל