סענטראַל וואַלי. — עטליכע הונדערט מענטשן האָבן טיילגענומען ביי די פּאָבליק–הירינג אין די סענטראַל וואַלי עלעמענטאַרע סקול — די ערשטע פון צוויי וואס די לעגיסלאַטור האַלט אָפּ איבער די פאָרשלאַג אָפּצוטיילן קרית יואל איידער איר אָפּשטימונג סעפּטעמבער– 7 — צי זי זאָל באשטעטיגן אַ רעפערענדום אין מאָנראָו.

ביי די פּאָבליק–הירינג זענען אָנוועזנד געווען די קאַונטי לעגיסלאַטורן, און די לאָקאַלע טאַון און ווילעדזש באַאַמטע. מער ווי 50 מענטשן האָבן זיך איינגעשריבן צו קענען אויפטרעטן און דערקלערן זייערע מיינונגען. יעדער האָט געהאַט 3 מינוט צייט צו רעדן. שטיצער פון די פאָרשלאַג אָפּצוטיילן קרית יואל פונעם טאַון–אָוו–מאָנראָו דורך שאַפן אַ נייעם טאַון האָבן געהאַט אַן איינפאַכן מעסעדזש פאַר אָרענדזש קאַונטי לעגיסלאַטורן דינסטאג נאַכט: שטימט "יאָ" צו לאָזן אַ רעפערענדום כדי מאָנראָו איינוואוינער זאָלן קענען באַשליסן די צוקונפט פון זייער אייגענעם טאַון.

"ביטע, איך בעט אייך — האָט געזאָגט אַ מאָנראָו מאַמע פון פינף קינדער — לאָזט אונז באַשליסן. זאָל מיין מאַן באַשליסן וואָס עס זאָל געשען צו די טאַון–אָוו–מאָנראָו". אָבער אַנדערע רעדנער זענען געווען דערקעגן, טייל האבן גע'טענה'ט אַז די פאָרגעשלאָגענע "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועט זיין אומקאָנסטיטוציאָנעל און טייל האָבן געזאָגט אַז עס איז נישט גענוג שטודירט געוואָרן, און אויפגעפאָדערט די לעגיסלאַטורן צו שטימען "ניין" אָדער אָפּלייגן די אָפּשטימונג ביז מער אינפאָרמאַציע איז פאַראַן.

"ביטע בלויז שטעלן די ברעיקעס אויף דעם — האָט אַ מאָנראָו איינוואוינער געזאָגט — עס פּאסירט צו שנעל, און אָן גענוג אינפאָרמאַציע".

סיי דער אָרענדזש קאַונטי עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז, און סיי פּעט דעיוויס זיין דעמאָקראַטישער קעגנער אין די בעפאָרשטייענדע נאָוועמבער וואַלן, האָבן אויפגעפאדערט די געזעצגעבער צו שטיצן דעם רעפערענדום.

ניוהאַוז האָט גע'טענה'ט, אַז די איינציגסטע אישו איז צו ערלויבן די מאָנראָו וויילער באַשליסן די רעזולטאַטן. ער האָט אויסגעלויבט די "יונייטעד מאָנראָו" גרופּע, צוליב דעם איניציאַטיווע אין די פאַרהאַנדלונגען פון שלום מיט קרית יואל ווילעדזש פירער, באַצייכענענדיג די לאַנג–פאַרצויגענע שפּאַלט אין די קאָמיניטי "אַ פּאָליטישער טשערנאָביל, וואָס האָט זיך איבערגעגאָסן אין אַנדערע טאַונס". ער האָט אָפּגעוואָרפן די טענות אַז געשפּרעכן זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין פּריוואַטע מיטינגען, אָנווייזענדיג אַז 4 קאַונטי געזעצגעבער זענען געווען אָנוועזנד מיטצוטיילן אינפאָרמאַציע מיט מוניציפּאַלע פירער.

"וואָס איז די אנדערע ברירה? האַרלי דאָולס זאָל מאַכן באַשלוסן אינעם נאָמען פון דער טאַון?", האָט ניוהאַוז געפרעגט, אין רעפערענץ צום סופּערווייזער פונעם טאַון–אָוו–מאָנראָו, איבער וועלכן דער פּובליקום האָט אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער.

זיין קעגנער דעיוויס וואוינט אין מאָנראָו, און ער האָט געדריקט אויף די געזעצגעבער צו "געבן מיך און מיינע שכנים אַ געלעגנהייט צו באַשליסן אונזער צוקונפט". "מיר מוזן דאָס באַטראַכטן אַלס אַ געלעגנהייט צו קוקן אויף דער צוקונפט", האט ער געזאגט.

מייקל סאָסמאַן, דער סיוויל–רייטס לאָיער פון טשעסטער, האָט גע'טענה'ט, אַז צו פאָרמירן אַ נייעם טאַון בלויז פאַר די סאַטמאַר חסידים וועט פאַרלעצן די קאָנסטיטוציאָנעלע צעשיידונג פון שטאַט און רעליגיע. שטיצער פון די אָפּטיילונג האָבן גע'טענה'ט, אַז עס גיט מאָנראָו איינוואוינער אַ ברייטערן צוקונפט דורך באַפרייען די טאַון רעגירונג פון קרית יואל'ס בלאַק–וואָוטס און וועט באַשיצן מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט דעם זעלבן גורל וואָס איסט–ראַמאַפּאָ סקול–דיסטריקט אין ראַקלענד קאַונטי איז דורך.

אַנדערע רעדנער זענען געווען דערקעגן, זאָגענדיג אַז די שאַפונג פונעם נייעם טאַון וועט אַפעקטירן אנדערע טאַונס ווי מאָנראָו, און אַז די לעגיסלאַטור אָפּשטימונג וועט עפעקטיוו באַשליסן די רעזולטאַטן, אויב סיי קרית יואל און סיי די "יונייטעד מאָנראָו" פירער פאָדערן אויף זייערע וויילער צו שטיצן די טאַון פאָרשלאַג אין אַ רעפערענדום.

עס איז געווען אַן איבערראַשונג ווען פרוי טוקער, די סעקרעטאַר פון דאָולס — וועלכע לויפט צום טאַון–באָורד אין די בעפאָרשטייענדע וואַלן אינאיינעם מיט אים — האָט אויפגעטרעטן און געלאָזט הערן איר קעגנערשאַפט צו די נייע טאון.

דזשאַן אַלעגראָ, איינער פון די "יונייטעד מאָנראָו" פירער, האָט צוריקגעשלאָגן מיט א פארקעטע טענה, זאגענדיג אַז ווען אַכט קאַונטי געזעצגעבער שטימען קעגן ערלויבן אַ רעפערענדום, קענען זיי דערמט צוריקווייזן די פארלאנג פון מער ווי 20,000 מענטשן צו קענען קאָנטראָלירן דעם צוקונפט פון זייערע אייגענע טאַונס. ער האָט דאָס פאַרגליכן צו אַן אָפּשטימונג דורך דאָולס און דריי אַנדערע טאַון–באָורד מיטגלידער אין 15 ' צו לאָזן קרית יואל אַנעקסירן 164 עיקערס. "אַ באַשלוס פון אַכט פון אייך נישט צו לאָזן אַן אָפּשטימונג, וועט אויף אייביג צובינדן מאָנראָו צו קרית יואל", האָט אַלעגראָ געזאָגט. מיטוואָך פאַרנאַכטס האָט געזאָלט פאָרקומען די צווייטע הירינג פאַר קרית יואל איינוואוינער אין זאַל פון "בית רחל פּאַראַדייס".

בילד: קעגנזייטיגע מיינונגען געהערט פון שטיצער און קעגנער פון שאַפן אַ נייעם טאַון ביי ערשטע קאַונטי פּאָבליק–הירינג אין וואודבורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל