א ווארטזאגער פאר׳ן טערקישן פרעזידענט ארדואן האט געזאגט אז טערקיי און איראן זענען געקומען צו א פארשטענדעניש צו פארשטערקערן די מיליטערישע קאאפעראציע צווישן די לענדער, דאס קומט אין ליכט פון א באזוך וועלכער דער הויפט גענעראל פון איראן מוכאמעד באקארי האט אפגעהאלטן אין אנקארא פאר א סעריע פון געשפרעכן מיט זיינע טערקישע קאנטער-קאלעגעס. דער ווארטזאגער האט באצייכנט די געשפרעכן אלס ״פרוכטבאר און סוקסעספול״ און טערקיי האט באוויליגט צו זיין א טייל פון א געמיינזאמע אליאנץ צווישן איראן און רוסלאנד צו באקעמפן טעראר. טערקיי וועלכע איז א טייל פון נאט״א און א נאנטע מיליטערישע פריינט פון אמעריקע רוקט זיך לעצטנס נענטער צו איראן און רוסלאנד אלס טייל פון איר געאגראפישע קאמפ מיט סאודי אראביע פאר דאמינאנץ אינעם ראיאן.

טערקיי פארשטערקערט אירע מיליטערישע פארבינדונג מיט איראן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל