די פאליציי ברוטאליטעט אונטער די דיקטאטורישע רעזשים אין ווענעזועלע האט נעכטן געקאסט נאך 37 לעבנס, נעכטן האבן די פאליציי באפאלן א טורמע אין די אמאזאן ראיאן אין ווענעזועלע. די טורמע ווערט געפירט דורך די ארעסטאנטן און פארמאגט נישט קיין געהעריגע וועכטער, אזוי ווי פילע טורמעס אין סאוט אמעריקע, און פון צייט צו צייט קומט די רעגירונג אריין מאכן ארדענונג, נעכטן ווען די פאליציי זענען אריינגעקומען האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד, און האבן באלד געעפנט פייער אויף די ארעסטאנטן און אומגעברענגט 37, דער גאווערנער פון די שטאט האט באצייכנט די פאליצייאישע אקט אלס א ״שחיטה״ און עס שארף פארדאמט. מענטשן רעכט אקטיוויסטן אין ווענעזועלע צייכענען אן אז זינט עס הערשט א טאטאלע כאאס אין ווענעזועלע נעמען זיך די פאליציי אבסעלוטע פרייהייט צו נוצן וואפן וויאזוי עס שמעקט זיי.

בילד: 37 אומגעקומען אין צוזאמענשטויס צווישן פאליציי און ארעסטאנטן אין ווענעזועלע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל