פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט אויף טוויטער זיין שטעלונג איבער די קאנפעדערעיט סטאטוען שרייבנדיג ״עס איז טרויעריג צו זעהן ווי די היסטאריע און קולטור פון אונזער גרויסע היסטאריע און קולטור ווערט אויסגעמעקט מיט׳ן אוועקנעמען די הערליכע און פראכטפולע סטאטוען, מען קען נישט טוישן היסטאריע אבער מען קען זיך לערנען דערפון, יעצט איז עס ראבערט לי, סטאונוואל דשעקסאן, ווער קומט נאכדעם? וואשינגטאן? דשעפערסאן? אזוי נאריש! די שיינקייט וואס מען נעמט אוועק פון אונזערע שטעט וועט קיינמאל נישט קענען ערזעצט ווערן״

די סטאטוען פון קאנפעדערעט גענעראלן זענען אין די לעצטע טעג באזייטיגט געווארן אין פילע אמעריקאנער שטעט, אריינגערעכנט ניו יארק, דער מעיאר האט דערקלערט אז די סטאטוען טוען ברענגען טאג טעגליכע ווייטאג פאר די אפריקאנער אמעריקאנער געמיינדע וועלכע זעט ווי מען באעהרעט די זעלבע מענשטן וועלכע האבן זיי פארפאלגט און געמארדעט. און עס איז צייט צו פארריכטן א היסטארישע קריוודע צו די שווארצע געמיינדע אין אמעריקע דורך באזייטיגן די סטאטוען טראץ זייער היסטארישע ווערד.

די פראגע אויב מען זאל האלטן די סטאטוען אדער באזייטיגן איז א שווערע דילעמע פאר די רעגירונגען אין די שטעט, פון איין זייט האנדלט זיך עס פון פארשוינען וועלכע האבן געקעמפט פאר קנעכטשאפט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי א טייל פון אמעריקאנער היסטאריע, טראץ וואס עס איז א פינסטערע קאפיטל אין איר היסטאריע. א אנקעטע האט לעצטנס געצייגט אז אמעריקע איז שטארק צוטיילט איבער די פראגע און ארום 60% אמעריקאנער האלטן אז מען זאל עס נישט אראפנעמען.

בילד: טראמפ באוויינט ״פרעכטיגע״ סטאטוען וואס ווערן אראפגענומען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל