בילד: טראמפ לייקנט אז ער האט געצויגן א מאראלע פארלאלעל צווישן נאציס און פראטעסטירער

פרעזידענט טראמפ האט היינט אויף טוויטער ווידעראמאל געלייקנט אז ער זאל האבן געצויגן א מאראלע פאראלעל צווישן די נאצישע און ראיסיסטישע פראטעסטירער און די פראטעסטירער אין שארלאטעסוויל ״די פאלשע מידיע האט פארדרייט און מיסרעפרעזענטירט מיינט ווערטער איבער האס און פיינטשאפט״ טראץ וואס זייינע ווערטער זענען געזען געווארן לעבעדיג דורך מיליאנען מענטשן ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט זאגט אז ״עס זענען געווען זייער פיינע מענטשן אויף ביידע זייטן״ און האט העפטיג פארטיידיגט די סטאטוען פון קאנפעדערעיט גענעראלן וועלכע האבן געקעמפט פאר קנעכטשאפט און זיי פארגליכן צו דשארדש וואשינגטאן. ווי עס שיינט איז דער פרעזידענט איבערצייגט אז יעדעס מאל וואס ער ווארפט די שולד אויף די מידיע טוט ער צוזאמענברענגען זיין באזע און אראפווארפן די שולד פון זיך אליין.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל