די רויטערס נייעס אגענטור דעקט אויף פון  א לעצטע קלאסיפיצירטע באריכט פון די פעלקער פאראיין אז אין די לעצטע האלב יאר האבן אינטערנאנציאנעלע אגענטורן אפגעשטעלט צוויי באזונדערע ליפערונגען פון כעמישע מאטריאל וועלכע זענען געקומען פון פיאנגיען אין נארט קארעא און זענען געווען באשטימט פאר די אסאד רעזשים. די באריכט איז געשריבן געווארן דורך א רייע עקספערטן און זיי צייגן אן אז די ליפערונגען זענען א טייל פון א האנדלס אפמאך וועלכע איז געשלאסן געווארן צווישן נארט קארעא און סיריע צוריק אין 2009 אונטער וועלכע די נארט קארעאר רעזשים שטעלט צו געפארפולע מאטריאל פאר סיריע. לויט די באריכט האט סיריע געזוכט צו צוריק אנפילן אירע זאפאסן נאכדעם וואס זי האט ארויסגעשיקט די מערהייט פון אירע כעמישע וואפן נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט געשטעלט זיין רויטע ליניע.

בילד: באריכט: צפון קארעא האט געשיקט כעמישע וואפן קיין סיריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל