די רעזשים אין צפון קארעא טוט באשולדיגן יאפאן אז זי גרייט אן א מאסיווע סייבער אטאקע קעגן די רעזשים, אין די אפיציעלע ארגאַן פון די רעזשים טוען זיי אראפגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער א מאסיווע רעקרוט אפעראציע וואס די יאפאנעזער מיליטער פירט אדורך פאר סייבער עקספערטן און העקערס מיט די ציל צו זיך אריינברעכן אין די קאמפיוטער סיסטעמען פון די מיליטערישע אינסטעלאציעס און מיסיל פראגראמען פון נארט קארעא. זיי האבן עס באצייכנט אלס אן ״אקט פון קריג״. די באריכט איבער א מאסיווע רעקרוט פון סייבער עקספערטן איז ריכטיג, אין די לעצטע מאנאטן האט די מיליטער אויפגענומען איבער 1000 סייבער עקספערטן, אבער די יאפאנעזער רעגירונג זאגט אז עס איז נישט פארבינדן צו נארט קארעא נאר צו די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן וועלכע וועלן אפגעהאלטן ווערן אין טאקיא אין 2020 און די מיליטער גרייט זיך שוין אויף ווארשיינליכע סייבער אטאקעס.

בילד: צפון קארעא: יאפאן פלאנט סייבער קריג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל