דער נייער קאמיוניקאציע מיניסטער אין איראן האט געמאלדן אז אלס טייל פון די רעפארמען וועלכע איראן גייט אריבער וועט די רעזשים געבן מער פרייע צוטריט פאר אירע בירגער צו סאציאלע מידיע ווי טוויטער און אויך צו יוטיוב, די זייטלעך זענען געווען פארשלאסן פאר די בירגער זינט 2009 טראצדעם וואס דער גייסטישער פירער כאמיניי און די פאליטישע פירער פארמאגן טוויטער קאנטעס. דער מיניסטער האט געזאגט אז ער איז אין געשפרעכן מיט טוויטער צו לעזן געוויסע ״מאראלע פראבלעמען״ פאר ער וועט געבן צוטריט פאר איראנער בירגער. די רעזשים געט אן ״רעליגיעזע״ סיבות פארוואס זי לאזט נישט אירע בירגער האבן צוטריט צו די וועבזייטליך, אבער קריטיקירער פון די רעזשים צייגן אן אז די ריכטיגע סיבה איז א זארג אז איראנער בירגער וועלן עס נוצן צו אינטערמינעווען די רעזשים.

בילד: איראן וועט שענקן מער אינטערנעט פרייהייט פאר אירע בירגער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל