אין א צייכן אז די פרישע סאנקציעס זענען ווירקזאם האט די רעזשים רעאגירט מיט ברויזנדע רעטאריק קעגן די סאנקציעס און פארשפראכן נקמה, נארט קארעא האט נאכאנאנד דערקלערט אז די נוקלעארער פראגראם איז קריטיש פאר איר זעלבס פארטיידיגונג און אז זיי וועלן נישט פארהאנדלן דערוועגן, עס בלייבט איבער צו זעהן אויב כינע וועט זיך האלטן געטריי צו די סאנקציעס, און אויב יא איז עס ערווארטעט צו קאסטן איבער א ביליאן דאלער יערליך פאר די שוין אזוי אויך ארימע עקאנאמיע פון נארט קארעא, אבער באאמטע אין וואשינגטאן זענען ביי די מיינונג אז טראץ וואס זיי האבן עס געשטיצט וועלן זיי זיך נישט שטרענג האלטן דערצו.

בילד: נארט קארעא פארשפרעכט ״טויזנטפאכיגע נקמה״ אין אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל