אמעריקאנער שפיאנאזש סאטעליטן האבן אויפגעכאפט פארשטערקערטע אקטיוויטעטן אין די נעיווי פון נארט קארעא, צווישן אנדערע האבן זיי אנגעלאדנט אנטי-שיף קרוז מיסילס אויף זייערע פאטראל שיפן, דאס ערשטע מאל וואס זיי נעמען אזא שריט אין די לעצטע יארן, די מיסילס קענען שטעלן א געפאר פאר די אמעריקאנער שיפן וועלכע שווימען אין די געגנט, דאס צייגט אז נארט קארעא זוכט צו ווייטער גיין מיט אירע פראוואקאציעס אנשטאט זוכן א דיאלאג מיט די מערב וועלט. דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט געזאגט אז די ערשטע צייכן אז זיי זענען גרייט צו רעדן וועט זיין ווען זיי הערן אויף ארויסשיקן מיסילס, און צוגעלייגט אז דערווייל איז נישטא קיין צייכן אז נארט קארעא זוכט א פרידליכע לעזונג.

בילד: רעקס טילערסאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל