די העכסטע געריכט אין ווענעזועלע - וועלכע איז קאנטראלירט דורך די מאדורא רעזשים - האט ארויסגעגעבן א ארעסט אורטייל פון 15 מאנאטן פאר׳ן מעיאר פון קאקוע, א פארשטאט פון קאראקעס, פאר׳ן נישט נאכפאלגן די פאראדענונג פון די מאדורא רעזשים און ערלויבן פראטעסטן אין זיין שטאט.

דער מעיאר ראמאן מוטשאטשא (Ramón Muchacho) האט אפגעווארפן די אורטייל, און געשריבן אז ער איז א קורבן פון די אומ-יוסטיץ וואס הערשט אין לאנד. ער שרייבט, אז ער אנערקענט נישט די לעגיטימאציע פון דעם געריכט. מוטשאטא איז נישט געווען אנוועזנד אין געריכט, און עס איז נישט באקאנט ווי ער באהאלט זיך אויס.

בילד: קאקוע מעיאר ראמאן מוטשאטא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

זיין וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל