פרעזידענט טראמפ האט גאר שארף רעאגירט, נאכדעם וואס נארט קארעא האט באוויזן צו פראדוצירן א קליינע נוקלעארע שפיץ, וואס קען אריינגיין אין א באליסטישע מיסיל. דאס איז א גאר-קריטישע ווענדפונקט פאר נארט קארעא, צו האבן פאקטישע נוקלעארע מעגליכקייט, צו אטאקירן אנדערע לענדער. דאס איז באזירט אויף א אינערליכע באריכט פון א אינסטיטוציע אין יאפאן, מיט אינערליכע וויסנשאפט, און איז באשטעטיגט געווארן דורך די יאפאנעזער פארטיידיגונס מיניסטעריום. דאס קומט, עטליכע טעג נאכדעם וואס אמעריקע האט באוויזן צו ארויפלייגן שטרענגערע אינטערנאציאנאלע סאנקציעס, און איז א גאר קריטישע אנטוויקלונג אין די קריזיס ארום נארט קארעא.

די אמעריקאנער פארטיידיגונגס דעפארטמענט, האט נישט אפיציעל קאמענטירט אויף די באריכט, אבער אנאנימע קוועלער אין די דעפארטמענט האבן באשטעטיגט די באריכט פאר די פרעסע, און צוגעלייגט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז ביי די מיינונג אז צפון קארעא האט שוין אזויפיל ווי 60 נוקלעארע שפיצן וועלכע זענען גרייט צום באנוץ. דאס איז פיל מער ווי מען האט געמיינט ביז לעצטנס, און זיי האבן געמאכט שנעלערע פארשריט ווי עס איז געווען אנגענומען ביז יעצט אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

פרעזידענט טראמפ האט - ווי עס שיינט - באשטעטיגט דעם באריכט, און אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ, אין וועלכע ער האט געזאגט אז נארט קארעא וועט ערשטהאנטיג שפירן די גאר מאכטפולע האנט פון אמעריקע. ער האט געזאגט, אז אויב נארט קארעא וועט שטעלן א געפאר פאר אמעריקע, וועלן זיי ווערן באהאגעלט מיט ״פייער און צארן״, אויף א פארנעם וואס די וועלט האט נאך קיינמאל פריער נישט געזען.

בילד: פרעזידענט טראמפ שיקט פרעצעדענטלאזע שארפע ווארנונג צו נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל