בילד: רעפובליקאנער שטעלן פאר מאסיווע אימיגראציע רעפארם
אין א פארזוך צו גרייכן עטוואס פארשריט אין די יעצטיגע לעגיסלאטיווע סעסיע האבן די רעפובליקאנער אין סענאט אינאיינעם מיט די טראמפ אדמיניסטראציע אויפגעוויקלט א נייע אימיגראציע רעפארם פלאן וואס ציהלט צו שניידן די ציפערן פון לעגאלע אימיגראנטן אין די קומענדיגע צען יאר, און אנטהאלטן דראמאטישע טויש אין אמעריקאנער פאליסי לגבי אימיגראציע. דאס קומט נאך א קאמפיין צוזאג פון פרעזידענט טראמפ צו אריינברענגן נאר פעאיגע אימיגראנטן וועלכע קענען ביישטייערן פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע.

די נייע רעגולאציעס וועלן שניידן אין האלב די ביז יעצטיגע ציפער פון א מיליאן נייע בירגער יעדעס יאר, און אזוי אויך וועט עס בעפארצוגן אזעלכע וועלכע קענען רעדן ענגליש און פארמאגן ארבייסט פעגיקייט וועלכע פעלן זיך אויס אין די עקאנאמיע ״אונזער אימיגראציע סיסטעם דארף זיין געבויט אויף א סיסטעם אז עס זאל לעזן די פראבלעמען פון אמעריקע און נישט די פראבלעמען פון די גאנצע וועלט״ האט פרעזידענט טראמפ דערקלערט.

די לעגיסלאציע איז אויסגעארבייט געווארן דורך סענאטאר טאם קאטאן פון ארקאנסעס וועלכע האט זיך געטראפן עטליכע מאל מיט׳ן פרעזידענט צו אויסארבייטן די דעטאלן פונעם ביל, עס טוט צווישן אנדערע אויך איינצוימען ערוואקסענע מענטשן פון באקומען בירגערשאפט צוליב פאמיליאלע פארבינדונג. די רעפובליקאנער פארטיי זאגט אז די יעצטיגע פאליסיס וועט ענדיגן דעם פראבלעם פון אימיגראנטן וועלכע נעמען אוועק דשאבס פון אמעריקאנער בירגער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל