די פרואוון פון פרעזידענט טראמפ צו באנייען די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד זענען צונישט געווארן ווען דער פרעזידענט איז געווען געצווינגען צו אונטערשרייבן א ביל וועלכע איז באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס און סענאט מיט א איבערוויגנדע און אומפארטייאישע מערהייט, די ביל לייגט ארויף פרישע שארפע סאנקציעס אויף פארשידענע אינדיווידועלן און פירמעס אין רוסלאנד, און אזעלכע וועלכע האנדלן מיט רוסלאנד, און הויפטזעכליך אין די ענערגיע סעקטאר.

דער פרעזידענט האט נישט באהאלטן זיין אומצופרידנהייט מיט דעם ביל, און האט עס אנגערופן ׳זייער פעלערהאפטיג׳ צוליב דעם וואס עס לאזט נישט איבער קיין פלאץ פאר דעם פרעזידענט צו פארהאנדלן די טערמינען און עס נוצן פאר פארהאנדלונגס געברויכן אין די דיפלאמאטישע פארזוכן מיט דעם קרעמעלין, ״מיט׳ן באגרעניצן דעם פרעזידענט׳ס בויגזאמקייט אויף די סאנקציעס האט קאנגרעס געבינדן די הענט פונעם פרעזידענט פון שליסן בעסערע אפמאכן מיט אויסלענדישע מאכטן און וועט נאר צוזאמענברענגן נענטער רוסלאנד, כינע, איראן און נארט קארעא״ האט דער פרעזידענט געזאגט אין א סטעיטמענט.

דער פרעזידענט איז געגאנגען ווייטער און האט באצייכנט די איינצעלהייטן אינעם ביל אלס ׳אומקאנסטיטוציאנאל׳ וויבאלד אונטער די קאנסטיטוציע האט דער פרעזידענט אויסשליסליכע רעכטן צו האנדלן מיט אויסלענדישע קערפערשאפטן און די ביל טוט אים באגרעניצן, ער האט אבער געזאגט אז טראצדעם האט ער אונטערגעשריבן דעם ביל ווייל ער וויל פארמיידן א ריס צווישן די עקזעקיוטיווע און לעגיסלאטיווע פליגלן פון די רעגירונג.

בילד: פרעזידענט טראמפ שרייבט אונטער פרישע סאנקציעס קעגן רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל