פילע דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן אין די לעצטע טעג אויסגעדריקט גרייטקייט צו ארבייטן אריבער פארטיי ליניעס צו פארריכטן די צובראכענע העלט קעיר סיסטעם, נאכ׳ן איינזעהן אז קיין איין פארטיי האט נישט גענוג שטימען צו שטופן פאראויס איר אגענדע אן קיין צוזאמענארבייט, אין קאנגרעס האבן זיך פארמירט א גרופע פון 43 געזעצגעבער פון ביידע פארטייען וועלכע וועלן פארמירן א קאמיטע צו דיסקוטירן א פלאן אויף וועלכע ביידע פארטייען קענען קאמפראמיסירן, די גרופע האט ארויסגעלייגט זייער ערשטע פארשלאגן אויף וועלכע מען ווערט ארבייטן, צווישן אנדערע פארזיכערן רעגירונג פאנדן צו סטאביליזירן די מארקעט און פארשטערקערן די אינשורענס אויסטויש צווישן סטעיטס, א זאך וואס קען אראפברענגען די קאסטן, און אזוי אויך אויפלעזן די געזעץ וועלכע פארלאנגט ארבייטסגעבער צו צושטעלן אינשורענס, א זאך וואס קאסט דשאבס אין פילע סטעיטס. אזוי אויך אין סענאט האבן א גרופע סענעטארן פון ביידע פארטייען געמאלדן אז זיי וועלן זוכן א געמיינזאמע לעזונג.

בילד: געמיינזאמע אומפארטייאישע פארזוך צו פארריכטן העלט קעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל