אין די טראמפ אדמינסטראציע איז אין די לעצטע טעג אנטשטאנען א אנגעצויגנקייט ארום די פונקציעס פונעם נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער מקעמסטער, פארשידענע נאנטע צום פרעזידענט דרוקן אויס קריטיק אויף מעקמעסטער און באשולדיגן אים אין האבן אן אייגענע אגענדע, א שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז ער שטייט אין פארבידנונג מיט די געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבערין אונטער פרעזידעט אבאמא סוזען רייס און האט איר געשאנקען פולע צוטריט צו קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, און האט אין די זעלבע צייט באזייטיגט א א הויכראנגיקער מיטגליד פונעם ווייסן הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, א איד ביים נאמען עזרא קאהן-וואטניק, צוליב דעם וואס ער ווערט באטראכט אלס עקסטרעמער אויף פארשידענע אישוס, הויפטזעכטליך זיין קעגנערשאפט צום איראן דיעל.

ווי עס שיינט האט ער שוין פון דער ערשטער מינוט געוואלט פטור ווערן פון קאהן-וואטניק, האלטנדיג אז ער איז נישט קוואליפיצירט פאר דער פאזיציע. טראמפ האט אבער געגליכן קאהן-וואטניק און האט אפגעווארפן מעקמעקסטער'ס פארלאנג ארויסצואווארפן קאהן-וואטניק פונעם קאונסיל. אצינד האט זיך אלעס געטוישט און מעקמעסטער האט באקומען זיין וואונטש, און קאהן-וואטניק איז געפלויגן פונעם קאונסיל. פארשידענע טראמפ לויאליסטן זענען באזארגט אז פרעזידענט טראמפ האט גענצליך איבערגעגעבן די לייצעס פאר׳ן נייעם שטאב הויפט קעלי, וועלכער לאזט נישט קיינעם צו צום פרעזידענט און ער האט געגעבן א גרינע ליכט פאר מקמעסטער צו אפזאגן קאהן-וואטניק.

בילד: פרישע אנגעצויגקייט אין טראמפ אדמיניסטראציע ארום נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל