א טאג נאכדעם וואס ער האט אונטגעשריבן די פרישע סאנקציעס קעגן רוסלאנד מיט׳ן אויסרייד פון ״פארמיידן א ריס צווישן ווייסע הויז און קאנגרעס״ טוט פרעזידענט טראמפ שארף אראפרייסן קאנגרעס אין טוויטער און באשולדיגט זיי אין שאפן א דיפלאמאטישע קריזיס צווישן רוסלאנד און אמעריקע, ״די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד זענען דאס ארגסטע וואס עס איז געווען סיי ווען, איר קען דאנקן דערפאר קאנגרעס, די וועלכע קענען ענק אפילו נישט געבן נארמאלע העלט קעיר״ ענליכע סטעיטמענטס האט מען אויך געהערט פון מאסקווע, און עס הערשט דארט א טיפע אנטוישונג אין פרעזידענט טראמפ, א קאנדידאט אויף וועלכע זיי האבן געלייגט אסאך האפענונג ביים אים העלפן געווינען די וואלן.

בילד: טראמפ: אונזער באציאונגען מיט רוסלאנד איז אין קריזיס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל