בילד: פרישע ליעק פון ווייסן הויז: טראנסקריפט פון טעלעפאנישע געשפרעכן רינט ארויס צו די פרעסע
אין א פרישע קלאפ צום ווייסן הויז האט די ׳וואשינגטאן פאוסט׳ ערהאלטן א טראנסקריפט מיט די פונקטליכע דעטאלן פון די געשפרעכן וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן אין זיינע ערשטע טעג אין ווייסן הויז מיט׳ן מעקסיקאנער פרעזידענט און מיט׳ן פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע, צווישן אנדערע האט טראמפ געזאגט פאר׳ן מעקסיקאנער פרעזידענט אז ער פארשטייט אז מעקסיקא וועט נישט צאלן פאר די גרעניץ וואנט און ער האט אים געבעטן נישט צו זאגן אין די עפנטליכקייט אז מעקסיקא וועט נישט צאלן דערפאר, ער האט ערקלערט פאר׳ן מעקסיקאנער פרעזידענט אז ער מוז ווייטער זאגן אז מעקסיקא וועט צאלן דערפאר טראץ וואס ער גלייבט נישט אז דאס איז מעגליך און געבעטן אז ביידע זאלן עפנטליך דערקלערן אז ״מען וועט זיך דורכקומען״. 

שפעטער אין די געשפרעך האט טראמפ גענומען א שארפערע טאן און באשולדיגט אז עס איז די פאראנטווארטליכקייט פון מעקסיקא צו באצאלן פאר די וואנט וויבאלד עס פליסן אריין דראגס און קרימינאלן דורך די גרעניץ אויף וועלכע דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט געענטפערט אז מעקסיקא האט א פארקערטע בליק דערויף און זי האלט אז די פראבלעמען הייבן זיך אן מיט די אמעריקאנער וואפן וועלכע ווערן אריינגעשמוגלט קיין מעקסיקא, דורכאויס די שמועס האט טראמפ געטוישט טאן עטליכע מאל פרובירנדיג צו איבערצייגן דעם מעקסיקאנער פרעזידענט צו טרעפן א וועג ארויס פון די ״מעקיסקא וועט צאלן דערפאר צוזאג״ אבער דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט זיך געהאלטן שטייף אז עס האנדלט זיך פון די כבוד פון מעקסיקא און ער וועט נישט נאכגעבן, אפילו ווען טראמפ האט אים געזאגט ״דאס וועט מיך הרגנ׳ן פאליטיש״

די שמועס מיט׳ן אויסטראליענער פרעמיער מיניסטער איז אויך נישט בא׳טעמ׳ט פאר׳ן פרעזידענט, דער פרעזידענט טוט צווישן אנדערע פערזענליך אראפרייסן דעם פרעמיער זאגנדיג אז צווישן אלע וועלט פירער איז דאס זיין ׳ארגסטע געשפרעך׳ ער האט פרובירט צו צווינגען דעם פרעמיער צו ארויסטרעטן פון א אפמאך איבער אימיגראציע וואס ער האט געשלאסן מיט די אבאמא אדמיניסטראציע, און האט זיך באנוצט מיט שארפע שפראך.

די לעצטע ארויסרינונג קומט נאך א רייע פון ״ליעקס״ מיט וועלכע דאס ווייסע הויז מוטשעט זיך, א זאך וואס שאפט אומצוטרוי אין ווייסן הויז און האט שוין געקאסט די פאזיציע פונעם שטאב הויפט ריינס פריבוס וואס איז באשולדיגט געווארן אין ארויסרינען דורך אנטאניא סקאראמוטשי וואס איז שוין אינצווישן אויך געפלויגן פון ווייסן הויז.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

זעה פרעזידענט טראמפ'ס טעלעפאנישע געשפרעך מיטן מעקסיקאנער פרעזידענט, הענריקע פענע ניעטע

זעה פרעזידענט טראמפ'ס טעלעפאנישע געשפרעך מיטן אויסטראלישע פרעזידענט, מאלקאלם טורנבאל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל