אין א אומגעווענליכע שריט האט דער אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס אפגענויגט פון זיין פאליסי צו נישט מאכן קיין פאליטישע קאמנטארן און שארף אראפגעריסן דעם מעיאר פון שיקאגא ראם עמנואל, נאכדעם וואס דער מעיאר האט איינגערייכט א פעדעראלע קלאגע קעגן די יוסטיץ דעפארטמענט איבער דעם וואס די אדמינסטראציע האלט צוריק פעדעראלע געלטער פאר סענקטוערי סיטיס ״קיין שום געלטער וועלן נישט העלפן פארזיכערן א שטאט וואס איר מעיאר זוכט צו באשיצן קרימינאלן״ שרייבט ער צווישן אנדערע, און באשולדיגט די הויכע מערדער ראטע אין שיקאגא - פון די העכסטע אין לאנד - אין די אומלעגאלע אימיגראנטן, א פאקט וואס איז שארף אפגעלייקנט געווארן דורך די ארטיגע פאליציי דעפארטמענט.

בילד: אטוירני דשענאלע סעשאנס אטאקירט שארף מעיאר ראם עמנואל פון שיקאגא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל