בילד: ווייסע הויז זוכט דעמאקראטישע שטיצע פאר שטייער שניטן
דאס ווייסע הויז האט זיך געלערנט פון איר דורכפאל מיט אבאמאקעיר וואס איז דורכגעפאלן טיילווייז צוליב די שטארקע ווידערשטאנד פון די דעמאקראטן און צוטיילונג אינערהאלב די רעפובליקאנער, און גייט מער פארזיכטיג צו די נעקסטע רעפארם, נעמליך שטייער רעפארם, און זוכט שטילערהייט צו באקומען שטיצע צווישן מעסיגע דעמאקראטן אין קאנגרעס וועלכע וועלן שטיצן געוויסע שטייערן שניטן, דאס ווייסע הויז זוכט דערמיט צו שטעלן די שטייער שניטן אלס אומפארטייאישע פרואוו וואס וועט עס געבן מער שאנסן צו דורכפירן, דערמיט טוט דאס ווייסע הויז טיילווייז פארלאזן די קאנגרעס נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ איז געווען אנטוישט פון זייער האנדלונג איבער אבאמאקעיר, א ווייסע הויז ווארטזאגער האט באשטעטיגט דעם באריכט און געזאגט אז דאס ווייסע הויז גלייבט אז זיי קענען באקומען שטיצע צווישן די דעמאקראטן פאר טעקס רעפארם.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל