נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין שטארקע אומצופרידנהייט מיט די שטייטע פארשריט וואס אמעריקע מאכט אין אפגאניסטאן און אויסגעדריקט אומצופרידנהייט מיט זיינע גענעראלן זאגט א פרישע באריכט אז דאס ווייסע הויז זוכט צו דינגען פריוואטע זיכערהייט פירמעס וועלכע זאלן איבערנעמען פארשידענע פונקציעס פון די מיליטער אין אפגאניסטאן.

די באריכט קומט פון עריק פרינס, דער אנפירער פון די באקאנטע ״בלעקוואטער״ פירמע וועלכע איז געווען אקטיוו אין איראק, לויט אים וועט די רעגירונג דינגען ארום 5,000 זיכערהייט ספעציאליסטן, די מערהייט פון זיי ארמיי וועטעראנען, די ספעציאליסטן וועלן איבערנעמען די פונקציעס פון טרענירן די ארטיגע זעלנער, אצינד געפונען זיך דארטן ארום 8,400 אמעריקאנער זעלנער, אונטער דעם פלאן וועט די רעגירונג צאלן 10 ביליאן דאלער א יאר פאר בלעקוואטער, פיל ווייניגער ווי די 40 ביליאן וואס עס קאסט יעצט.

די פלאן שטייט אויס קעגנערשאפט פון דעם נאציאנאלן זיכערהייטס ראטגעבער עיטש.אר. מעקמעסטער און דער פארטיידיגונג סעקערטאר דשים מעטיס, אבער ווערט געשטיצט דורך עטליכע קאבינעט מיטגלידער, אריינגרעכנט דער סטראטעגיסט סטיוו בענאן, עס איז ווערט צו אנצייכענען אז עריק פרינס איז א ברודער פון בעטסי דעוואס, די ערציאונגס סעקערטארין און איינפלוסרייכע קאבינעט מיטגלידערין.

בילד: ווייסע הויז באטראכט פלאן צו פריוואטיזירן קריג אין אפגאניסטאן
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל