אין ליכט פון די כאאס וואס הערשט אין די דעמאקראטישע פארטיי, און די פאקט אז פילע רעפובליקאנער זענען אומצופרידן מיט די פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ, טוט זיך אנטוויקלן א גרויסע צאל קאנדידאטן וועלכע זוכן צו לויפן אלס זעלבסשטענדיגע קאנדידאטן, און צום ערשטן מאל איז דא א נאציאנאלע פרואוו צו ארגאניזירן אלע זעלבסשטענדיגע קאנדידאטן אונטער איין דאך און זיי געבן די שטיצע און אינפרוסטרוקטור צו איבערקומען די שוועריגקייט צו לויפן קעגן די צוויי גרויסע פארטייען,

די אינדיפענדענטס האבן זיך פאראייניגט אונטער א פראיעקט וואס רופט זיך די ״צענטריסט פראיעקט״ און האבן שוין אויפגעטריבן באלד א מיליאן דאלער, דאס נעמט אריין פילע וועלכע זוכן צו לויפן פאר קאנגרעס און סענאט, און אזוי אויך גאווערנערס, די וואך וועט פארקומען א קאנווענשאן אין פליאדעלפיע ווי זעלבסשטענדיגע וועלן זיך צוזאמענקומען און באקומען אנווייזונגען איבער סטראטעגיע און פירן א קאמפיין, עס וועלן זיך דארט באטייליגן פארשטייער פון די פראנצויזישע ״ען מארשע״ פארטיי פון פרעזידענט מאקראן וועלכע וועלן מיטטיילן איבער זייער סטראטעגיע אין פראנקרייך ווי זיי האבן באזיגט א לאנג-יעריגע צוויי-פארטיי סיסטעם.

פאליטישע אנאליסטן האלטן אז ביי די קומענדיגע וואלן וועט מען זעהן א היסטארישע רעקארד פון זעלבסשטענדיגע קאנדידאטן וועלכע וועלן קומען קיין וואשינגטאן אן קיין פארטייאישע פארפליכטונגען, א זאך וואס קען ענדיגן די פארקריפלונג פון וואשינגטאן וואס איז פארפלאנטערט אין פארטייאישע געפעכטן און דעריבער זעהט מען כמעט נישט קיין פארשריט פונעם לעגיסלאטיוון פליגל.

בילד: זעלבסשטענדיגע קאנדידאטן ארגאניזירן זיך אויף 2018

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל