אין א רערע פארנט פונעם איראנער פארליאמענט האט דער ווידער-ערוועלטער איראנער פרעזידעט חאסאן רוחאני אדרעסירט די לעצטע צוגאבליכע סאנקציעס וואס אמעריקע האט ארויפגעלייגט אויף איראן אנהויב אויגוסט, די סאנקציעס וועלכע איז איינשטימיג באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס און אין סענאט טוט ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף איראן צוליב איר טעראר אקטיוויטעטן, און טוט אויך אנצייכענען אז איראן האט פארלעצט דעם נוקלעארן אפמאך מיט׳ן דורכפירן א מיסיל פראבע פאריגן מאנאט.

איראן טוט אפלייקענען אז די מיסיל פראבע האט פארלעצט די אפמאך און זאגט אז אונטער די אפמאך זענען זיי נישט ערלויבט צו פרובירן מיסילס וועלכע קענען עווענטועל גענוצט ווערן פאר נוקלעארע צוועקן, און זאגן אז די פראבע איז דורכגעפירט געווארן מיט א קאנווענציאנעלע מיסיל וועלכע קען נישט גענוצט ווערן אין די נוקלעארע פראגראם.

רוחאני האט אין זיין רעדע געזאגט אז אויב וועט אמעריקע ווייטער גיין מיט די סאנקציעס וועט איראן פארלאזן דעם אפמאך ״אין געציילטע שטונדן״ און האט צוגעלייגט אז עס נעמט בלויז עטליכע שטונדן פאר איראן צו באנייען איר נוקלעארע פראגראם. פרעזידענט טראמפ טוט זיך ווארשיינליך נישט שרעקן פון די סטראשע וויבאלד ער האט שוין עטליכע מאל קלאר געמאכט אז ער איז ביי די מיינונג אז די אפמאך ברענגט מער שאדן ווי נוצן.

בילד: פרעזידענט רוחאני פון איראן: מיר וועלן באנייען די נוקלעארע פראגראם אויב וועט אמעריקע לייגן סאנקציעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל