אויטאריטעטן לענגאויס אלע שטאטן וואו די ליקוי חמה וועט שטארק געזען ווערן, גרייטן זיך פאר גאר שווערע טראפיק אין לויף פון די מינוטן וואס מ'וועט זען די טאטאלע פינסטערניש, ווען די לבנה וועט באדעקן די זון, וויבאלד דרייווערס וועלן זיך אפשטעלן און ארויסקוקן פון די אויטאס צו זען די ליקוי חמה. דאס לעצטע מאל וואס ס'איז געווען א טאטאלע ליקוי חמה העכער אמעריקע איז געווען אין 918', ווען ס'זענען געווען בלויז 6.16 מיליאן אויטאס איבער'ן לאנד, און יעצט זענען פארהאן 263 מיליאן אויטאס, וואס דעריבער וועט דער אפעקט אויף טראפיק זיין פיל שטארקער.

בילד: גאר שווערע טראפיק ערווארטעט אין לויף פון די ליקוי חמה מינוטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל