די אפיציעלע מידיע אין די קאמוניסטישע נארט קארעא האט געמאלדן אז דער הויפט פירער קים יאנג אן האט אפגעווארפן די ״פלענער״ וואס די גענעראלן האבן פארגעשטעלט פאר אים און האט אפגערופן די אטאקעס קעגן דעם אמעריקאנער באזע אויפ׳ן אינזל גואם. דאס קוקט אויס צו זיין א פרואוו צו נידערן די טענער און אראפשפילן די רעטאריק פון די לעצטע וואך, און עס קומט א טאג נאכדעם וואס סאוט קארעא האט עפנטליך גערופן פאר דירעקטע געשפרעכן. אינטרעסאנט אז פונקט אינעם זעלבן טאג האבן עמערזשענסי אלאראם׳ס אין גואם זיך אנגצונדען צוליב א טעכנישע פעלער און עס האט געשאפן א פאניק ביי די איינוואוינער אז די ערווארטעטע אטאקע איז אויפ׳ן וועג.

די זעלבע מעסעדש איז אויך געקומען פונעם אמעריקאנער הויפט מארינס גענעראל דשאסעף דונפארד וועלכער געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין סאוט קארעא, דאנפארד האט קלארגעשטעלט אז אמעריקע זוכט נישט קיין מיליטערישע קאנפראנטאציע און שטיצט די באמיאונגען פון סאוט קארעא צו לעזן דעם קאנפליקט אויף א פרידליכע פארנעם. לויט באריכטן קומען יעצט פאר אינטענסיווע באראטונגען איבער וויאזוי צו רעאגירן צו די קומענדיגע מיסיל פראבע וואס נארט קארעא וועט דורכפירן, א פראבע וועלכע ווערט שוין געפלאנט אין די טעג לויט די שפיאנאזש אינפארמאציע פון אמעריקע, טייל מיליטערישע קוועלער טוען אנדייטן אז אמעריקע קען מעגליך זיך באנוצן מיט די מיסיל באשיצונג סיסטעם צו אראפשיסן די מיסילס, א זאך וואס קען ווידער ברענגען א מיליטערישע קייט רעאקציע.

בילד: נארט קארעא טרעט צוריק פון סטראשונקעס אויף גואם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל