פון מאיר לאבין

א בליק איבער די לעצטע געשעענישן און אירע קאנסעקווענצן פאר׳ן אמעריקאנער אידנטהום

בילד: פרייהייט פון ווארט

אין אמעריקע איז דא פרייהייט פון ווארט, א פרייהייט וואס עקזעסטירט כמעט נישט אין קיין שום אנדערע מדינה אין די וועלט. אין די פרייע וועלט איז אנגענומען אז פרייהייט פון ווארט האט פארשידענע באגרעניצונגען, אבער אין אמעריקע איז פרייהייט פון ווארט כמעט אבסעלוט, עס איז כמעט נישטא קיין רעטאריק וואס איז פארבאטן אונטער דעם געזעץ, בלויז אזאנס וואס ברענגט באלדיגע געפאר, ווי צום ביישפיל שרייען ׳פייער׳ אין א עפנטליכע פלאץ און פאראורזאכן א פאניק.

עס איז מעגליך א געבענטשטע זאך, אבער עס ברענגט מיט זיך א שטארקע געפאר, עס ערלויבט בייזע מענטשן צו האבן א פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייערע עקלהאפטיגע האס, עס ערלויבט שואה לייקענער צו עפטנליך פרעדיגן זייערע אנשויאונגען, און דעריבער איז טאקע אין אמעריקע דא פילפאכיג מער האסן גרופעס און נעא-נאצישע ארגאניזאציעס ווי אין יעדע ציוויליזרטע לאנד אויפ׳ן פלאנעט.

די איינציגע זאך וועלכע באלאנסירט אט די געפארפולע פרייהייט איז א געמיינזאמע פארשטענדעניש פון די עפנטליכע פאבליק ווען שפראך ווערט נישט טאלעריריט, די געפאר פון אויסשטיין א כוואליע פון פארדאמונגען און ווערן אויסגעשפיגן פון די געזעלשאפט איז די איינציגע זאך וואס האלט אפ די באהאלטענע נאציס פון ארויסקומען פון זייערע לעכער, דארט ווי די רעגירונג קען נישט איינצוימען דאס פרייהייט פון ווארט טוט די עפנטליכע ספערע טון אט די קריטישע ארבייט.

די אומטאלעראנץ פאר האס און ראסיזם וואס איז איינגעגלידערט אין אמעריקאנער געזעלשאפט איז קריטיש וויכטיג, עס טוט פארזיכערן אז די הונדערטער טויזנטער באהאלטענע נאציס האלטן זייער שנאה און גיפט טיף אין הארץ און שפייען עס נישט אויס אין די עפנטליכקייט. דאס איז ספעציעל קריטיק וויכטיג פאר מינאריטעט גרופעס אזוי ווי אידן, מיר ווערן נישט באשיצן פון די רעגירונג, מיר ווערן באשיצט פון די דעת הקהל!

אט די דעת הקהל הייבט זיך אן פון די אויבערשטע פונעם שטייסל, דער פרעזידענט שטעלט דעם טאן פון לאנד, און ווען דער פרעזידענט האט נישט די מאראלע קוראדש צו אומצוויידייטיג פארדאמען נאצישע פארזאמלונגען, ווען ער דארף ווערן געצווינגן צו ארויסמורמלען די ווערטער פון מויל, און דאן א טאג שפעטער טוט ער זיי עפנטליך פארטיידיגן אלס ״פיינע לייט״ דאן איז אמעריקע אין א געפאר פון זיך דערקייקלן צוריק צו איר טונקעלע ראסיסטישע פארגאנגענהייט.

יא, אמעריקע איז א מלכות של חסד, מיר געניסן דא פון פרייהייט וואס מיר האבן נישט געהאט סיי ווען אין די לאנגע אידישע גלות, אבער דאס איז נישט א זאך וועלכע איז פארזיכערט. אידן האבן געהאט אויסצושטיין שווערע אנטיסעמיטיזם אין די אמאליגע אמעריקע ווי יעדער וואס איז נישט געווען א ווייסער קריסט איז געווען א ציהל פאר שנאה און פארפאלגונג.

אין די לעצטערע יארן גייט אמעריקע אריבער א פראצעדור פון זיך אויסהיילן פון איר ווייטאגליכע פארגאנגענהייט, ספעציעל זינט די היסטארישע ציווילע רעכטן באוועגונג וועלכע האט געגעבן גלייכע רעכטן פאר אלע שיכטן און קרייזן פונעם אמעריקאנער פאלק אפגעזען פון רעליגיע אדער הויט קאליר, אט די פרייהייט ווערט באשיצט דורכ׳ן געזעץ, אבער די ראסיסטן וואס ווילן אונז צוריקפירן צום טונקלן אמאל ווערן באגרעניצט בלויז דורך א דרוק פון דעת הקהל, זיי ווייסן אז אמעריקע טאלערירט נישט קיין ראסיזם.

אט די אומטאלעראנץ דארף זיך אנהייבן פון גאנץ אויבן פונעם שטייסל, נעמליך פונעם ווייסן הויז. דער אמעריקאנער פרעזידענט דארף זיין דער וואס געט דעם טאן פאר אמעריקע, און ער דארף מאכטפול און אומצוויידייטיג קלארשטעלן אז די נאציסטישע און ראסיסטישע באוועגונגען זענען א קענסער וועלכע דארף ווערן אויסגעראטן און פארניכטעט ווען זי איז נאך קליין און זעהט אויס אומשעדליך.

דעריבער איז עס אזוי ווייטאגליך און קורצזיכטיג צו זעהן וויאזוי היימישע אידן טוען שטייען און פארטיידיגן דעם פארשוין וואס זיצט יעצט אין ווייסן הויז. דווקא אונז וואס דארפן פארשטיין אז די פאקט אז מיר געניסן פון פארהעלטנמעסיגע פרייהייט איז נישט קיין זעלבספארשטענדליכע זאך, דווקא מיר וואס זענען די ערשטע ציהל ברעט פאר די עקלהאפטיגע נעא-נאציס ימ״ש, דווקא אונז וואס האבן געשפירט אויף אונזער הויט די גרויל פון ראסיזם.

מיר דארפן זיין די ערשטע צו זיין באזארגט ווען דער פארשוין אין ווייסן הויז האט נישט די קוראדש צו פארדאמען קלאר און דייטליך די ראיסיסטישע באוועגונגען וואס ווערן שטערקער פון טאג צו טאג אונטער זיין זייגער, ווען דער פרעזידענט האט זיך נעכטן געשטעלט פארנט פון די קאמערעס און פארטיידיגט די העסליכע פארזאמלונג אין שארלאטעסווייל האט יעדע אידישע הארץ געדארפט פארפעלן א קלאפ! אויב אן אמעריקאנער פרעזידענט קען פארטיידיגן אזעלכע גרוילטאטן דאן וויאזוי זענען מיר פארזיכערט אז די ראסיסטן אין ניו יארק אדער אין מיאמי אדער אין קאליפארניע וועלן זיך נישט הייבן דעם קאפ און צוריקפירן אמעריקע צו איר טונקעלע פארגאנגענהייט?

*

עטליכע טעג נאך די וואלן פאריגען נאוועמבער האט דער שרייבער פון די שורות זיך אראפגעזעצט פאר א שמועס מיט ר׳ אברהם (עיב) פאקסמאן, דער געוועזענער הויפט פון די אנטי-דעפעמאציע ליגע. ר׳ אברהם איז א ווארימער איד, א פארצייטישער עסקן און שתדלן און א פיקח עצום, איינער פון די לעגאנדארע פיגורן אין די עולם השתדלנות אין אמעריקע. ר׳ אברהם איז א פריינט פאר׳ן פרעזידענט און א לאנגיעריגער רעפובליקאנער.

עס איז געווען אין די צייט וואס יעדער איז געווען איבעראשט און צומישט פון די אומגעראכטענע געווינס פון פרעזידענט טראמפ. ר׳ אברהם איז נישט געווען איבעראשט ער האט געוויסט קלאר אז טראמפ גייט געווינען, ווי זיין ווייב האט געזאגט ״ער איז געגאנגען שלאפן פריה נאך פאר די רעזולטאטן זענען ארויסגעקומען, און געזאגט אויב קלינטאן געווינט דאן וועק מיך אויף״ אבער איך האב געוואלט פארשטיין פון דעם פרעספעקטיוו פון א איד וואס שטייט שוין 50 יאר אויפ׳ן פראנט פון שתדלנות, צו איז פרעזידענט טראמפ גוט פאר אידן? וואס זענען די קאנסעקווענצן פון אזא ערד-ציטערניש אין אמעריקאנער פאליטיק.

ר׳ אברהם האט איינגענומען א טיפע אטעם, און דאן האט ער מיר געענטפערט א איבעראשנדע תשובה ״טראמפ איז נישט קיין אנטי-סעמיט, ער איז אייגנטליך גאר א פיינער מענטש, אבער אין אמעריקע זענען דא מיליאנען אנטי-סעמיטן וועלכע האבן געווארט אויף דעם טאג וואס אזא איינער וועט זיצן אין ווייסן הויז״

נעכטן ווען איך האב געזען דעם פרעזידענט׳ס פרעסע קאנפערענץ האב איך מיך דערמאנט אין די ווערטער פון ר׳ אברהם, מיר האבן א פרעזידענט וועלכער איז קורצזיכטיג און אומפאראנטווארטליך, איינער וועלכער וועט זיך שטעלן אויף די פאלשע זייט פון היסטאריע בלויז צו צייגן לאיאליטעט פאר זיין באזע וועלכע פארמאגט מיליאנען ראסיסטן, איינער וועלכער פארמאגט א קינדערישע בליק און נישט קיין וויזיע פון א פירער, אצינד האב איך פארשטאנען פארוואס די מיליאנען אנטי-סעמיטן האבן געווארט אויף דעם טאג, דער יעצטיגער פרעזידעט טוט זיי שענקן - מעגליך אומווילנדיג - א זאך אויף וועלכע זיי לעכצן שוין יאר, נעמליך די געשאנק פון לעגיטימאציע. מיט זיין לעצטע סטעיטמענט האט ער נארמאליזירט די פינסטערע ראסיסטישע באוועגונג אלס נאך א לעגיטימע שטרעמונג אין אמעריקאנער פאליטיק

*

מיר אידן דארפן אויך זיין ספעציעל געווארנט פון בארעכטיגן געוואלדטאטן, מיר ווייסן אז מיר דארפן מתפלל זיין בשלומה של מלכות, און אז אנדערש זענען מיר אין א געפאר פון ״איש את רעהו חיים בלעו״ אבער די נארישע און קורצזיכטיגע תירוצים איבער ״געוואלדטאטן פון ביידע זייטן״ רופט ארויס אפשיי ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש, די געוואלדטאטן זענען א נאטורליכע רעאקציע פון לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען געווארן צושוידערט צו זעהן א אפענע מאניפעסטאציע פון פיינטשאפט און נאציזם אין זייער שטאט.

עס איז נישט בארעכטיגט צו נוצן פיזישע געוואלדטאטן אויף קיין שום פאל, און איך לאז עס איבער פאר די לאקאלע פאליציי צו באשליסן אויב די קאנטער פראטעסטירער האבן זיך געפירט אומגעזעצליך, אבער צו ציען א פאראלעל צווישן די נעא-נאציס און די וועלכע האבן זיי פרובירט צו אפהאלטן איז געמיין און נאריש, עס טוט געבן לעגיטימאציע פאר די פיניסטערסטע עלעמענטן אין אמעריקאנער פאלק צו ווייטער גיין מיט זייער קרייצציגלערישע פאראדעס און גיפטיגע מאניפעסטאציעס, און פאר אונז בלייבט איבער בלויז צו מתפלל זיין און בעטן דעם רבוש״ע זאל אונז באשיצן ווייל פון דער וועלכער זיצט אין ווייסן הויז קענען מיר נישט ערווארטן דאס צו טון.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל