לאמיר יא רעדן דערפון!

"אז מען ווייסט דעם פראבלעם, איז שוין א האלבע ישועה..."

עס וואלט געווען א שטארקע ישועה ווען עלטערן\מחנכים זאלן זיין אביסל באקאנט מיט די סימפטאמען פון א פראבלעם, כדי צו וויסן ווען עס פעלט זיך אויס גרונטליכע פראפעסיאנאלע הילף און באהאנדלונג.

אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר פארשטעלן פארשידענע אינפארמאציע איבער עמאציאנאלע אנגעלעגנהייטן, וועלכע מאכן זיך ליידער זייער אפט, און מיר האפן דערמיט צו געבן א געלעגנהייט צו קענען זיך אביסל נענטער באקענען מיט די טערמינען \ סימנים \ דיאגנאזן, א.א.וו. וואס וועט זיין א שטארקער תועלת פאר'ן רבים.

צומאל פעלט זיך אויס ערנסטע הילף, און צומאל קען מען בלויז מיט די ריכטיגע ייעוץ און אנווייזונג צוריקשטעלן א קינד\פארפאלק\משפחה אויף די פיס בעז"ה.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער 'איבערבליק' אליינס איז נאכנישט גענוג צו קענען פאקטיש דיאגנאזירן א מענטש און אים\איר אריינשטעלן אין סיי וועלכע קאטאגאריע, אבער די וועלט זאגט: "אז מען ווייסט אז ס'איז א פראבלעם איז שוין א האלבע ישועה".

מענטאל געזונטהייט, צום הערן



Mental challenge, accepted

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל