בילד: אויסלענדישע פירער פארדאמען טראמפ׳ס רעאקציע צו שארלאסטסוויל

פילע לענדער איבער די וועלט האבן אויסגעדריקט פארדרוס און איבעראשונג איבער דעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט האט נישט גענומען א קלארע שטעלונג קעגן די שטייגנדע באוועגונג פון נאציזם אין אמעריקע, מען האט געהערט קריטיק פון פילע אין די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, אבער גאר שארפע קריטיק איז געקומען פון א וועלט פירערין וואס ווערט באטראכט פריינטליך צום פרעזידענט. די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי האט אראפגעריסן דעם פרעזידענט׳ס רעאקציע אין שארפע טערמינען, צווישן אירע ווערטער האט זי געזאגט ״איך זעה נישט ווי מען קען פארגלייכן די פאשיסטן צו די קאנטער פראטעסטירער, די עקסטרעם-רעכטע ראסיסטן דארפן אומצוויידייטיג פארדאמט ווערן״ די זעלבע סענטימענטן האט מען געהערט פון אנדערע פירער איבער די וועלט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל